ס'איז אנגענומען אין די וועלט אז מארגען - י"א ניסן - איז די יארצייט פון דער של"ה הקדוש. אבער דאכט זיך מיר אז ס'איז א טעות. די ריכטיגע חודש איז חודש טבת, מיט דעם, אז טאקע די פונקטליכע טאג אין די חודש איז נעלם געווארען.
איך מיין אז מ'דארף פארעכטען איין מאהל פאר אלע מאהל, און ארויסדרוקען קלאר: השל"ה הקדוש נפטר בחודש טבת [ולא בי"א ניסן] שנת ש"צ. [ס'איז דא אזעלכע וואס שרייבען דעם יאר שפ"ו, אבער איך מיין אז די חוקרים מעלדען אז די ריכטיגסטע גירסא איז די יאהר ש"צ].