עמוד 1 מתוך 1

משפחת רבי משה יאיר וויינשטאק זצ"ל

פורסם: ה' יוני 08, 2017 8:46 pm
על ידי מאיריחיאלק
חתימת זקינו ועוד

בדף לפני השער: לד' הארץ ומלואה הק' מנחם קלונימס בהרה"צ ה"ק מוהרבב"ז זי"ע זצוק"ל
ה"ה בהרה"צ הקדוש מו"ה ברוך בנימין זאב זי"ע

ווי אויך א זיגל: מנחם קלונימוס בהרה"ג מוהרבב"ז זצ"ל בעה"ק ירושלם תובב"א * M. WEINSCHTOK

נאך א חתימה לייענט זיך: הק' אהרן הכהן מפראשניץ ?

אויפן לעצטן בלאט פונעם ספר געפינט זיך א חתימה: הק' שמעון עזריאל זעליג בה"ר מנחם קלונימס ווינשטאק זצ"ל

ר' מנחם קלונימוס וויינשטאק פון די גדולי יקירי ירושלים של מעלה פאר איבער הונדערט יאר צוריק, זיידע פון דעם באקאנטן מקובל ר' משה יאיר וויינשטאק זצ"ל,

ער האט איבערגעדרוקט א תיקוני זוהר אין ירושלים שנת תרמ"ג, און האט דערויף הסכמות פון אלע גרויסע בימיו, וואס שרייבן אויף אים און זיין פאטער תוארים מופלגים, זעט אויס אז זיי זענען געווען גאר געהויבענע אנשי מעלה, הרה"ק דער פאריסאווער רבי שרייבט אויף זיין טאטן ר' ברוך בנימין זאב דעם טיטול "מורי הרב הגדול הצדיק",

ווי אויך פון צווישן די פרענומעראנטען ציילן זיך גרויסע פראמינענטע חסידישע רבי'ס פון פוילן אין יענע תקופה, קוקט אויס אז דער מביא לבית הדפוס איז געווען א גברא רבה,

צום סוף פונעם ספר באדאנקט זיך ר' מנחם קלונימוס פאר זיין זון ר' שמעון עזריאל זעליג פארן אים ארויסהעלפן מיטן דרוקן,