מקדש מלך כתב:שמעתי כמה פעמים שעלתה טענה על הקטע בנשמת "שוועת עניים אתה תשמע צעקת הדל תקשיב ותושיע" שהוא מרמז לש"צ (ראשי התיבות של שתי הפיסקאות), ואכן יש ישנן קהילות שאינן אומרות אותו.
אבל כמדומה שאינו נכון והוא נוסחא קדומה. האם מישהו יודע מקור לטענה ולהפרכתה?
https://www.bhol.co.il/FORUMS/topic.asp ... page=3#R_7המפקפק הוא הקאמרנאר ע"פ רוח קודשו. מאידך באתר מאגרים
https://maagarim.hebrew-academy.org.il/ ... %94&page=1 זה מופיע בקטע גניזה שלפי התיארוך שלהם קודם לשנת 600.
ולעיקר האשכול: [לקוח מכאן
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... A&start=25] ע"ש שאר האשכול
"
תפילות ופיוטים שנחשדו בשבתאות
נאך די עפאכע פון שבתי צבי האט זיך געטאן אן איבערקערעניש איבער די תפילות און פיוטים. שבתי צבי האט געטוישט פיל זאכן אין דאווענען, אריינגעלייגט מזמורים און אוועקגענומען אנדערע און געטאן אינעם דאווענען כאדם העושה בתוך שלו. ווי געשמועסט איז רוב כלל ישראל נאכגעגאנגען שבתי צבי, אזוי אז דער צעמישעניש איז געווען גרויס. שבתי צבי האט ליידער מצליח געווען צו מבלבל זיין כלל ישראל נישט נאר אין זיין צייט, נאר ער האט איבערגעלאזט ספיקות און צומישענישן אויף דורי דורות. פיל מנהגים און תפילות וועלכע זענען נאך היינט איינגעפירט צווישן אונז שטייען אונטער פראגע צייכן צי עס איז נישט יד כת ש"ץ באמצע, וואס זיי האבן אריינגעמישט אינעם דאווענען.
מיר וועלן אפשר שפעטער צוריקקומען (אויב איך וועל נאך האבן צייט, און געוואנדן לויט דעם פארלאנג פונעם עולם) צו אלע תפילות וואס שבתי צבי האט אריינגעלייגט אין סידור, פאר וואכן, שבת און ימים טובים. אצינד וועלן מיר זיך אבער נעמען צו די ספיקות - דאס הייסט די היינטיגע תפילות וואס זענען נחשד געווארן מיט שבתאות, אדער אז עס איז אריינגעפאלן דערין געוויסע שבתאי'שע זאכן.
ובזה החלו בעזר השם:
דיכענען
עס זענען געווען פיל שאלות אויף געוויסע שינוים אויב מען זאל עס אנהאלטן אדער נישט: איין דוגמא וועלן מיר ברענגען פון ברכת כהנים אין חוץ לארץ, וואס שבתי צבי האט אייגעפירט, און נאך זיין שמד איז די שאלה געבליבן אויב מען זאל עס אויסרייסן אדער נישט - למעשה איז געבליבן אז ביי די אשכנזים דיכענט מען נישט, אבער ביי די ספרדים איז דער מנהג געבליבן.
יהי רצון לפני התקיעות
איינע פון די זאכן איז דער יהי-רצון צווישן די תקיעות. צווישן די ווערטער וואס מען זאגט דארט איז "כשם שקבלת על-ידי אליהו זכור לטוב וישו"ע שר הפנים". פאראן וואס ווילן זאגן אז די כוונה איז אויפן אותו-איש ימח שמו, וועמענ'ס נאמען איז אריינגעפאלן דארט. פארשטייט זיך אז דער חשד פאלט אויף דעם כת ש"ץ (אין קונטרס "מכלכל חיים בחסד" איז ער דן דארט בהרחבה אויף דער נושא).
אין מנחת אלעזר ברענגט ער, אז אין סידור השל"ה שטייט "ישעיהו", און ווען מען האט באמערקט דעם טעות (אדער דעם מזיד וואס איז אריינגעלייגט געווארן דורך א מסית), האט מען מורא געהאט דאס צו פארריכטן צוליב דעם חשש אז דער צענזור וועט באמערקן דעם טויש. הרמ"מ מליובאוויטש ברענגט אראפ דעם דרכי חיים ושלום און ענטפערט פאר א שואל אז מען דארף דעריבער נישט חושש זיין. ער ענדיגט מיט א "באמערקונג: דער אלטער רבי ווי אויך דער גר"א פסק'ענען אז מען זאל דעם יהי רצון בכלל ניט זאגן, און אזוי איז אונזער מנהג" עכ"ל.
זמירות למוצאי שבת
אויף די פיוטים פון מוצאי שבת, "חדש ששוני" און "קלי חיש גואלי", זענען אויך פאראן מיינונגס פארשידנהייטן. אין דעם שטיקל "שכן תשכן בתוך עם צבי את אליהו הנביא" אין חדש ששוני, זענען פאראן וואס ווילן זאגן אז עס ליגט דערין א רמז אויף ש"צ ימ"ש. דער פאקט אליין אז עס איז נישט באקאנט ווער דער מחבר פונעם זמר איז, און אז עס איז נתחבר געווארן אין די צייטן פון שבתי צבי, ברענגט ארויס פראגע צייכנס. אין ק"ק תולדות-אהרן זאגט מען דעריבער "שכן תשכן בתוכנו את אליהו הנביא", כדי נישט צו דערמאנען דעם רמז.
אויך אינעם זמר "קלי חיש גואלי" געפינען מיר די ווערטער "כי בא עת לחננה ציון נחלת צבי", וואס שמעקט אויך מיט רמזים אויף ש"ץ.
למעשה איז אנגענומען אז די פיוטים קומען נישט פון די שבתאים, והא ראיה אז אידן האבן דאס שוין געזאגט הונדערטער יארן איידער שבתי צבי איז געקומען, פארט זענען פאראן קהילות און ערטער וואו מען האלט זיך צוריק פון זאגן די פיוטים, צוליבן חשש אז פארשידענע ווערטער זענען אריינגערוקט געווארן אין די זמירות דורך מענטשן פון כת ש"ץ. לויט וויפיל עס איז באקאנט האבן פיל גדולי ישראל יא געזאגט די פיוטים מיט אלע ווערטער דערין, נישט חושש זעענדיג איבער די אנגעבליכע ווערטער.
יום-טוב'דיגע פיוטים
עס זענען פארהאן עטליכע פיוטים וואס מיר זאגן יום-טוב, אויף וועלכע עס זענען דא וואס זענען מערער אז עס ענטהאלט שבתאי'שע רמזים. איינער פון די פיוטים איז אויף יום ב' דשבועות (לויט די מחזורים דפוסי קרימונה איז עס יום א' דשבועות), וואו מען זאגט בגש'ם נדב'ות אות'נו יחי'ה, וצ'דיק ב'אמונתו י'חיה. לויט די מעררין שטעלן צוזאמען די דריטע אותיות פון יעדן ווארט דעם נאמען שבתי, און וצ'דיק ב'אמונתו י'חיה איז ראשי-תיבות צב"י. למעשה איז דער פיוט שוין געדרוקט געווארן אין די מחזורים דפוס וויניציא, אין יאר שכ"ח, בערך הונדערט יאר איידער שבתי צבי איז נתגלה געווארן, און לויט דעם איז קלאר אז עס איז אן אויסגעהאלטענער פיוט (וע"ע בחמישה מאמרות להגרח"א שפירא, מונקאטש, מאמר משיב מפני הכבוד).
אזמר בשבחין
אין ספר נירות שבת (כרך ד') רעדט ער ארום איבער דעם זמר "אזמר בשבחין" פונעם אר"י הק'. ביים לעצטן בית פון "שביתין ושביקין", איז לויט זיינע ווערטער פאראן אין דעם ווארט "שביתין" א רמז אויף שבתי צבי, וואס די שבתאים האבן צוגעלייגט. זיין דעה בויט ער אויף דעם וואס דער זמר גייט מיט א סדר אויף די אותיות "אני יצחק בן שלמה", אבער עס שטעלט זיך אפ ביים ש' פון שלמה, פון שכינתא תתעטר, און אנשטאט צו גיין ווייטער מיטן ל' (אנדערע לייגן צו צום ל' "למבצע על ריבטה" וואס איז געדרוקט אין פארשידענע זמירות) זאגט מען נאך א ש' פון "שביתין". וואו קומט אריין דער צווייטער שי"ן? אלא מאי, די שבתאים האבן דארט אריינגערוקט א שטיקל. למעשה איז אבער אנגענומען אז דאס שטיקל פון "שביתין" האט דער אריה"ק קודם מחבר געווען, און שפעטער האט ער אויפגעטוישט דעם שטיקל אויף "שכינתא" (אדער "שכינתיה" לויט אנדערע גירסאות).
בלילה ההוא[/b
]דער מהרי"ל שרייבט אז דאס וואס דער וועלט פירט זיך צו העכערן דער קול, אנהויבנדיג דער קאפיטל פון "בלילה ההוא" אין די מגילה, שטאמט די מנהג פון שבתי צבי וועלכער פלעגט זיך אזוי פירן, צוליב דעם וואס עס ווייזט אויף די גאולה.
אין חמדת הימים (אויף וואס עס איז פאראן א חשד אז דער מחבר איז נתן העזתי) שרייבט ער אז דער פסוק פון בלילה ההוא זאגט דער גאנצער עולם צוזאמען, און דערנאך ליינט עס דער בעל-קורא איבער.
[b]"בית" סופריהם
אין די ברכה פון על הצדיקים, זענען פאראן פארשידענע גרסאות, טייל זאגן "על פליטת סופריהם, און טייל לייגן צו דער ווארט "בית" סופריהם. עס זענען פאראן מיינונגען אז דער ווארט "בית" איז אריינגעריקט געווארן דורך די שבתאים, ווייל עס איז פאראן דערין א רמז צו שבתי צבי. למעשה ווערט די ווארט אראפגעברענגט אינעם סידור פונעם בעל-התניא ווי אויך אין אנדערע סידורים, אזוי אז עס איז כמעט נישט קיין ספק אז די ווארט איז אויסגעהאלטן און עס ליגט נישט דערין קיין שבתאי'שער רמז.
נשמת
די ערשטע מאל איך הער אז עס איז פאראן א פראבלעם מיט די ווערטער פון שוועת עניים וכו'. אדרבה! מיר בעטן פון הער אויפריכטיג זאל אונז אנצייכענען א מקור, כדאי מיר זאלן קענען מברר זיין דעם ענין על בריו.
אבער אויף נשמת איז פאראן אנדערע השערות פון וואו דאס שטאמט. פאראן וואס זאגן אז דאס קומט פון שמעון בר יונה - באקאנט אין די נוצרי'שע וועלט אלס "פיטער" און גרינדער פון וואטיקאן אין רוים. פאראן וואס ווייזן אפילו אן וואו זיין נאמען איז מרומז אין נשמת. אנדערע שרייען אז מען טאר נישט אזוי זאגן און אז עס איז נישט אמת. דאס וואלט זיך פארלאנגט אן ארטיקל פאר זיך.
בכלל דער גאנצער אנוועזנהייט פון דער פיטער איז א חידה סתימה, מען קען פיל מאריך זיין אין אים, און וואס זיינע כוונות זענען באמת געווען. ווי אויך קען מען פיל דן זיין וואו ער ליגט... עס איז פאראן צענדליגע פלעצער וואו דער פיטער קען ליגן באגראבן, אנגעהויבן פונעם וואטיקאן אין רוים, און געענדיגט מיטן הר הזתים.
אבער וואו זענען מיר פארקראכן... מיר רעדן דאך יעצט פון כת ש"ץ...
נייע תחינות
מיר געפינען אויך אין ספר תשובה מאהבה (סוף סימן א'):
"ולא עוד אלא שבתפילות ותחנונים אשר התחדשו חדשים מקרוב כמה דורות משנת תכ"ו התערבו בכמה מקומות שמות התרפים והבעלים מכלב רע שבתי צבי המשומד התוגר שחיקא טמיא עפ"י קבלתו המטונפה המלאה קיא צואה וצואה רותחת יוצקת לתוך פיו של אותו רשע ותלמידיו ותלמידי תלמידיו, אתה אלוקים תורידם לבאר שחת ולא יחצו ימיהם ותערובותיהם אסורות במשהו ותערובת תערובותיהן, דרך כלל יאות לבטל כל התחינות ובקשות אלו וכיוצא בהן שנתחדשו מליקוטי האחרונים."
אין אידישע איבערזעצונג:
נישט נאר דאס, נאר אין די תפילות און תחינות וואס זענען לעצטנס נתחדש געווארן פון יאר תכ"ו, זענען אריינגעמישט געווארן אין עטליכע ערטער שמות הטמאה פון דעם שלעכטן הונט, דער אראבישער משומד שחיקא טמיא, לויט זיין שמוציגער קבלה, זאל אריינגעגאסן ווערן צואה רותחת אין זיין מויל, און אין די מיילער פון זיינע תלמידים און תלמידי תלמידים, זאל זיי דער באשעפער אראפנידערן אין באר שחת, און זיי זאלן נישט אנקומען צו האלב פון זייערע יארן. זייערע תערובות זענען אסור במשהו, און אויך די תערובות פון די תערובות. דרך כלל איז כדאי צו מבטל זיין די תחינות און בקשות וועלכע זענען לעצטנס ארויסגעקומען.
מנהגים שונים
עס זענען אויך פאראן פארשידענע מנהגים וואס מיר טוען היינט, וואס עס איז פאראן דערין חששות אז עס שטאמט פון די שבתאים, א דוגמא דערויף איז דער עסק פון חמשה עשר בשבט, וואס מאנכע זאגן אז דער פירות עסעריי שטאמט דירעקט פון שבתי צבי. אין פאקט זענען פאראן גאנצע פיוטים אויף לאדינא לכבוד חמשה עשר בשבט, וואס פארמאגט אפענע רמזים איבער דאס אנקום פון שבתי צבי (אויב דער עולם איז אינטערעסירט וועל איך ארויפלייגן דעם שיר)."